לדלג לתוכן

פליסיגע אויפרייס

פֿון װיקיפּעדיע

פליסיגע אויפרייס זענען אויפרייס שטאף וועלכע איז גענצליך פליסיג בעפאר עס ווערט אקטיוויזירט.

די הויפט פליסיגע אויפרייס כעמיקאל איז ניטראגליצערין וועלכע איז א געמיש פון עסיד און גליצערין, א כעמיקאל וואס איז צוקערדיג און ווערט גענוצט צו אויסדינען בלוט אין דיאלעסיס פראדעצור און ווערט אויך גענוצט אלס א סובטאנץ צו פארשידענע ערליי עסנווארג ווי יאגורט און פוד קאלארינגס.

ווען די צוויי כעמיקאלן זענען אויסגעמישט איז דארט פאראן א געמיש פון קארבאן, ניטראגען, הידראגען, און אקסיגען. אויב דאס ווערט שאקירט פאסירט א קייט רעאקציע וועלכע צוברעכט די מאליקולס (די קלענסטע פיזיקאלע צוזאמענשטעל פון צוויי כעמיקאלן ווערט גערופן א מאלעקול) און עס בלייבט איבער קארבאן דיאקסייד, וואסער, און אקסיגען.

די סיבה פארוואס די מאליקולס ווערן צעבראכן איז וויבאלד די כעמיקאל איז נישט סטאביל און איינמאל עס קומט א טויש אין סיטואציע וועלן די מאלעקולן וועקן צעמישט און צוריקגיין צו זייערע ארגינעלע סטאבילע אויפפירונג. די רעאקציע פאסירט אין א מיליאנסטעל פון א רגע און די קראפט דערפון איז זייער שטארק.


צוזאמענשטעל פון כעמיקאלן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גרינגער צו פארשטיין די צוזאמענשטעל פון כעמיקאלן איז וויכטיג צו וויסן אז יעדע אביעקט וואס איז פאראן אין דער וועלט איז א צוזאמענשטעל פון פארשידענע סובטאנצן וועלכע האלטן זיך אינאיינעם מיט א ספעציעלע כוח זינט די וועלט'ס באשאפונג. א טיש איז נאר א טיש ווייל ביליאנען פיצעלע אטאמען האלטן זיך שטארק אינאיינעם און לאזן זיך נישט אפטיילן איינע פון די אנדערע. א שטיקל גלאז איז צוזאמענגעשטעלט פון אן אנדערע סארט אטאמען וועלכע גלאז איז איר רעזלוטאט. און אזוי איז עס מיט יעדע אביעקט פון די וועלט, אריינגערעכנט דער מענטשליכער קערפער.

ווען עס קומט צו געוואוקסן זענען דאס כעמיקאלן וועלכע פארמירן דעם געוואוקס. די לופט אליינס פארמאגט איז זיך פארשידענע כעמיקאלן (אקסיגן, ניטראדזשין און נאך) און אזוי איז וואסער, ערד, פרוכט, גרינצייג, בלומען, און אלעס אנדערש וואס וואקסט. כעמיקאלן זעלבסט זענען שוין א געמיש פון אטאמען וועלכע איז די יסוד פון יעדע זאך וואס געפינט זיך אויף די וועלט. אפילו די אטאמען אליינס זענען צעטיילט צו ביליאנען קלענערע חלקים וועלכע פארמירן דעם אטאם.

דער כוח וואס ליגט אין די אטאמען און כעמיקאלן איז זייער שטארק, פיל שטערקער ווי איינער קען זיך פארשטעלן. ווען איר הייבט אויף א שטיין פון די ערד איז אין פאקט פאראן גענוג כוח דערין וואס זאל קענען פארניכטן א גאנצע שטאט אדער נאכמער. מיר ווייסן אבער נישט וויאזוי צו נוצן די כוח וואס ליגט אין א שטיין ווייל עס וואלט גענומען טויזענטער יארן פארשונג צו פארשטיין די אלע קליינע אטאמען און זייער אייגענע צוזאמענשטעל. א קאנווענציאנאלע באמבע איז א געמיש פון הארטע כעמיקאלן (ווי גאן פאודער) וועלכע זענען זייער ווילד. דאס מיינט אז ווען זיי ווערן אנגעהיצט איז זייער אויפפירונג זייער א ווילדע און דאס שאפט אן אויפרייס וועלכע איז נישט מער ווי די רעאקציע וואס פאסירט אלס רעזולטאט צו די טויש אין סיטואציע.

געוויסע כעמיקאלן זענען שעדליך פאר זיך אליינס צוליב זייער שטארקייט און אסאך זענען באקאנט צו זיין שעדליך ווען די צוויי קומען זיך צוזאם. א ביישפיל איז פראקסייד און בליטש. אויב איינער זאל אריינגיסן אביסל פראקסייד אין א שאכטל בליטש וועט ער באלד פארשטיין וואס מיינט א באמבע. די צוויי כעמיקאלן וועלן אינאיינעם שאפן א קליינע אויפרייס וועלכע איז די רעאקציע פון זייער טויש אין סיטואציע און די שטוב וועט פיל ווערן מיט רויך.

ניטראגליצערין דארף נישט קיין צווייטע כעמיקאל עס זאל פאסירן א רעאקציע. אויב די כעמיקאל ווערט אויפגעשאקעלט וועט דאס שאפן א טויש אין די סיטואציע וואס מיינט אז פארשידענע סובטאנצן וועלן זיך טוישן פון פלאץ און עס וועט פאסירן אן אויפרייס וועלכע איז די באלדיגע רעאקציע. אפילו זייער ווייניג דערפון איז גענוג שטארק צו מאכן חרבנות ווי מיר האבן פריער דערמאנט אז איין שטיין וואס גייט אריין אין אייער הענט האט אין זיך די כוחות צו פארניכטן א שטאט אויב איינער זאל וויסן וויאזוי צו נוצן די כוח.

ניטראגליצערין קומט אין צוויי פארעמען. עס קען זיין הארט (סאליד) אדער פליסיג. ווען עס איז פליסיג איז עס זייער מסוכן ווייל א פליסיגע זאך רירט זיך ווילד און די אויפרייס קען פאסירן אן מען זאל דארפן אפילו נוצן א פונק דאס צו אקטיוויזירן. איבעראל וואו מען באנוצט זיך מיט ניטראגליצערין איז פאראן א רייע מאסנאמען צו היטן דעם כעמיקאל פון אן אויפרייס.